יום רביעי, 18 במאי 2011

חיים גראדע

חיים גראַדע, אויגוסט 1959
חיים גראַדע, אויגוסט 1959
Credit:YIVO archives
דא האט איר אביסל לעבנס פונקטן פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער און פּאָעט, חיים גראַדע, מיט פֿאַרכאַפּנדיקע ליטעראַישע אַנאַליזן פֿון זײַנע ווערק, ווי אויך פּערזענלעכע זכרונות וועגן דעם קאָמפּליצירטן מענטש.
"גראַדע האָט זיך תּמיד געפֿילט צעשפּאָלטן צווישן דאָסטאָיעווסקי און דעם תּלמוד," האָט דערקלערט ד״ר רות ווײַס, פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט. טאַקע דער פּסיכאָלאָגישער ריס — צווישן דער גשמיותדיקער סעקולערער וועלט, פֿון איין זײַט, און זײַן דערציִונג אין דער שטרענגער נאָוואַרעדאָקער ישיבֿה, פֿון דער צווייטער, כאַראַקטעריזירט ס׳רובֿ פֿון זײַנע ווערק. זײַן ווילנע וואָס ער שילדערט, זעט אַפֿילו אויס ווי דאָסטאָיעווסקיס פּעטערבורג, האָט פּראָפֿ׳ ווײַס באַטאָנט, נאָר מיט אַ בפֿירושן אונטערשייד: אַנשטאָט צו שרײַבן וועגן מאָרד־אינטריגעס, האָט גראַדע, אָן סענטימענטאַלקייט, באַשריבן די מאַניפּולאַציעס פֿון רבנים, וואָס פּרוּוון פֿאַרכאַפּן די מאַכט איינער בײַם צווייטן.
גראַדע איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1910. דער טאַטע, אַ משׂכּיל, וואָס האָט זיך אָפֿט געקריגט מיט די רבנישע אינסטאַנצן, איז געשטאָרבן, ווען חיים איז נאָך געווען אַ קליין קינד. די מאַמע, וועלע, האָט קוים פֿאַרדינט ווי אַ פֿרוכט־פּעדלערין, און האָט געוווינט מיט איר זון אין גרויסן דלות, אין אַ שמידס קעלער. שפּעטער איז זי געוואָרן די העלדין פֿון אַ סך פֿון זײַנע ווערק, אַרײַנגערעכנט דאָס ליד "צו דער מאַמע" (מוזיק פֿון לייבו לעווין), וואָס לאָרין סקלאַמבערג, דער הויפּטזינגער פֿון דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס", האָט פֿאָרגעשטעלט בײַ דער ייִוואָ־אונטערנעמונג. נישט געקוקט אויף גראַדעס רעפּוטאַציע ווי אַ שרײַבער פֿונעם ישיבֿה־לעבן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות, האָט ער אַליין אַמאָל געזאָגט, אַז זײַן אמתער אינטערעס איז געווען — די וועלט פֿון דער ייִדישער פֿרוי.
"אין פֿאַרגלײַך מיט דער גאונישער טראַדיציע אין ווילנע, האָט גראַדע אָנגענומען די קריוודע פֿון דער אַרבעטנדיקער אַלמנה, וואָס דאַרף אויפֿהאַלטן איר קינד," האָט ווײַס געזאָגט. איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס גראַדע איז געוואָרן אַ וועלטלעכער ייִדישער שרײַבער, איז געווען, ווײַל "די ליטעראַטור האָט געקאָנט אויפֿטאָן זאַכן, וואָס לערנען גמרא האָט נישט געקאָנט טאָן".
פֿון דעסטוועגן, האָט זײַן שרײַבן וועגן דער מאַמען, אַ פּנים, נישט אויסגעהיילט זײַן שולדגעפֿיל איבער דעם, וואָס ער האָט קינדווײַז איר ווייניק געהאָלפֿן. יענער "קריזיס פֿון געוויסן", ווי ווײַס רופֿט עס, כאַראַקטיריזירט זײַנע ווערק. רעניי דעקאַרט האָט אַ מאָל געזאָגט: "אַז איך דענק, עקזיסטיר איך". בײַ גראַדען איז עס אַ ביסל אַנדערש: "אַז איך פֿיל זיך שולדיק, עקזיסטיר איך."
אַזוי ווי די מאָראַלישע אָבסעסיווקייט פֿון דאָסטאָיעווסקיס ווערק, זענען גראַדעס אויטאָביאָגראַפֿישע העלדן פֿאַרשאָלטן צו אַן אייביקן שולדגעפֿיל, נישט וויכטיק וואָס פֿאַר אַ דרך זיי קלײַבן אויס. אָט דער "קריזיס פֿון געוויסן" באַטרעפֿט דעם עיקר פֿון גראַדעס ראָמאַן, "דער מאַמעס שבתים" (1955), און ווײַזט אונדז די ייִדישע וועלט פֿונעם קוקווינקל פֿון אַ פֿרוי. אינעם בוך, שפּאַרט די מאַמע זיך אײַן, למשל, צו האָדעווען די קאַץ יום־כּיפּור, און זי שלעפּט דעם זון צום מיידל, מיט וועמען ער וויל זיך צעשיידן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז ער טוט עס אויף אַ לײַטישן אופֿן. כאָטש גראַדע באַוווּנדערט זײַן מאַמעס מאָראַלישע גוטסקייט, פֿילט ער זיך גלײַכצײַטיק דערשטיקט דערפֿון.
פּראָפֿ׳ אַלאַן נאַדלער, פֿון דרו־אוניווערסיטעט, האָט דערציילט וועגן עטלעכע פּערזענלעכע מאָמענטן מיט גראַדען. "ער האָט געהאַט אַ צונאָמען פֿאַר אַלעמען — האָט נאַדלער געזאָגט — און מײַנער איז געווען ׳דער רויטער רבֿ׳." אין די שפּעט־1970ער, האָט מען פֿאַרבעטן גראַדען אָפּצוהאַלטן אַן איין־שעהיקע לעקציע אין האַרוואַרד וועגן דעם ווילנער גאון. שטייענדיק בײַ דער טריבונע, האָט גראַדע באַגריסט פּראָפֿ׳ יצחק־אָשר טווערסקי, דעם דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿון ייִדישע שטודיעס, מיט אַ כּמעט־סאַרקאַסטישן שמייכל, און דערנאָך האָט ער אים שאַרף אַטאַקירט פֿאַר "דערוועגן זיך" צו באַגרענעצן אַ לעקציע וועגן דעם געניאַלן תּלמוד־חכם צו איין שעה. "כ׳האָב נישט געגלייבט מײַנע אויערן, אַז אָט זאָגט ער אַרײַן, פֿאַרן גאַנצן עולם, פּראָפֿ׳ טווערסקי!" האָט נאַדלער געזאָגט.
גראַדעס בייזלעכער, אָפֿן־האַרציקער סטיל פֿון רעדן איז געווען אַ קלאָרער רעזולטאַט פֿון זײַנע יאָרן אין דער נאָוואַרעדאָקער ישיבֿה, האָט נאַדלער צוגעגעבן. דאָרט האָט מען געלערנט אַ שטרענגן נוסח פֿון מוסר, וואָס האַלט, אַז כּדי צו אַנטוויקלען אַ מאָראַלישן כאַראַקטער, מוז דער מענטש זיך אָפּזאָגן פֿון אַלע מינים תּענוג, און שטענדיק זיך האַלטן אונטער אַ מאָראַלישן שפּאַקטיוו. גראַדע האָט זיך אויסגעצייכנט אין די שטודיעס, אָבער ווען ער האָט אָנגעהויבן לייענען די וועלטלעכע ליטעראַטור און שרײַבן פּאָעזיע, האָבן די רבנים אים פֿאַרדאַמט.
שפּעטער איז ער שטאַרק משפּיע געוואָרן פֿונעם "חזון איש", אַ באַליבטער רבֿ אין ווילנע, וועלכער האָט דווקא נישט געהאַלטן פֿון די "מוסרניקעס". ווען מע האָט געפֿרעגט גראַדען, פֿאַר וואָס האָט ער פֿאַרלאָזט די פֿרומע וועלט, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט אַמאָל געהאַלטן אין מיטן לערנען מסכתּ זרעים, די דינים וועגן אַגריקולטור אין ישׂראל. עס האָט זיך גערעדט וועגן אַ געוויסן ווייניק־באַקאַנטן געוויקס. איין מאָל איז גראַדע אָנגעקומען אין דער ישיבֿה און געזאָגט דעם רבֿ: "דאַכט זיך, אַז איך האָב הײַנט געזען יענץ געוויקס, לעבן דער קלויז."
"דאָס איז אַ גרויסע ביטול־תּורה!" האָט דער רבֿ מיט כּעס אים אויסגעזידלט. "מיר לערנען דאָ תּורה. אונדז גייט נישט אָן וואָס עס טוט זיך דאָרט, אין דרויסן!"
ערשט דעמאָלט האָט גראַדע באַשלאָסן, אַז אויב ער מוז אויסקלײַבן צווישן וועלט (דאָסטאָיעווסקי) און תּורה (גאָט), וועט ער גיכער אויסקלײַבן די ערשטע, און ער איז אַוועק פֿון דער ישיבֿה, און פֿונעם פֿרומען לעבן־שטייגער. פֿון דעסטוועגן, האָט ער זיך קיין מאָל נישט באמת אַרײַנגעפּאַסט אין דער סעקולערער וועלט. כאָטש ער פֿלעג אַרײַנקומען אין ייִוואָ, למשל, האָט ער מודה געווען, אַז ער פֿילט זיך נישט ווי אַ טייל פֿון דער וועלטלעכער סבֿיבֿה. אין האַרצן איז ער פֿאַרבליבן דער אָפּגעפֿאָרענער ישיבֿה־בחור. ער פֿלעג זאָגן, אַז דאָס גאַנצע לעבן פֿילט ער זיך שולדיק פֿאַר האָבן אַנטוישט דעם חזון־איש.
דער איבערזעצער קורט לעוויאַנט האָט איבערגעגעבן דעם עולם, אַז צוליב גראַדעס לומדות, איז געווען שווער אים איבערצוזעצן; אין תּוך האָט מען געדאַרפֿט קענען דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש, און "ייִדישקייט".
לעוויאַנט האָט געגעבן אַ משל: ער האָט שטאַרק געוואָלט איבערזעצן גראַדעס מײַסטערווערק, "די ישיבֿה", און האָט אים געשיקט אַ כּתבֿ־יד פֿון די ערשטע עטלעכע זײַטן. ער האָט אים אָבער גלײַכצײַטיק אָפּגעטאָן אַ שפּיצל. די פֿראַזע "אמונה שלמה", וואָס מיינט "דעם גאַנצן גלויבן", האָט ער איבערגעזעצט ווי the faith of King Solomon (די אמונה פֿון שלמה המלך) — אַ גרײַז וואָס אַ נישט־אויסגעשולטער ייִדישער איבערזעצער וואָלט טאַקע געקענט מאַכן — און ער האָט געוואַרט צו זען גראַדעס רעאַקציע. גראַדע איז טאַקע געווען גרייט אים צו קריטיקירן פֿאַר דעם פֿעלער, אָבער ווען ער האָט זיך געכאַפּט, אַז דער גרײַז איז געווען אַ וויץ, האָט ער זיך צעלאַכט פֿון לעוויאַנטס שפּילעוודיקער חכמה, און האָט אים דערלויבט איבערצוזעצן דעם ראָמאַן.
הגם גראַדע איז ניפֿטר געוואָרן אין 1982, האָט זײַן עקסצענטרישע אַלמנה, אינאַ העקער־גראַדע, כּמעט קיינעם נישט צוגעלאָזט צו דער דירה אָדער צו זײַנע ווערק. דזשאָנאַטאָן ברענט, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוו״אָ, האָט דערציילט דעם עולם, אַז באַלד ווי אינאַ איז געשטאָרבן אין יוני, האָט ער באַזוכט די וווינונג אין בראָנקס, און איז געבליבן געפּלעפֿט, ווען ער איז אַרײַן אינעווייניק. די דירה האָט אויסגעזען ממש ווי די אָפּגעלאָזענע ווילע פֿון טשאַרלס דיקענס׳ פּערסאָנאַזש — מיס האַווישאַם. אין יעדן שופֿלאָד, אַפֿילו אין קיך, זענען געלעגן ביכער און פֿאַרגעלטע, צעקרישלטע בריוו. און וואָס פֿאַר אַ ביכער! נישט בלויז פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, און אָן אַ שיעור ספֿרים, נאָר אויך בענד פֿון פֿרויד, לינקאָלן, פֿאַרשידענע פֿילאָסאָפֿן... בקיצור, "אַ באַהאַלטענע קייט פֿון דער אַלטער וועלט און דער נײַער".

טייל שרייבער וואס מיר וועלן פון זיי ברענגן

עטליכע בילדער


בן עמי, שלום עליכם, מענדעלע
שלום עליכם

יהואש, ד פינסקי



יידישע ווערק\ ארבעט פאר אייך

די יידישע ווערק בלאג מיטגלידער ארבייטן טעגליך צו פארשענערן דעם זייטל, מיר ארבעטן אויף א ריי פראנטן, מיט'ן ציל גרינגער און שנעלער צו מאכן דאס פארברענגן ביי אונז אין פלאץ

מיר ארבעטן איצט צוזאמצוברענגן אלע ווערק וואס איז פארהאן אויף יידיש ארום און ארום די וועב, ארומצוקלעטערן אויפ'ן געוועב אליין דאס אלעס אפירצוזוכן קען נעמען יובל'ען מיט צייט, אלזא, טוען מיר די ארבעט פאר אייך
עס איז צום האפן אז מיר וועלן קענען אנקומען צום ציהל

אכטונג; יידישע ווערק בלאג, זוכט הילף מיט עצה, און טעכנאלאגישע מוחות צוצוהעלפן מיט די טעכנישע דעטאלן. 
זייט אלע געזונט

איציק מאנגער

יידישע פאעזיע


דא קענט איר טרעפן פאעטישע ווערק, פון אזוינע ווי
און נאך אסאך אנדערע

יום ראשון, 15 במאי 2011

אויב נישט נאך העכער, פרץ

 















אויב נישט נאָך העכער
(אַ חסידישע דערציילונג)
יצחק לייבוש פּרץ

און דער נעמיראָווער פלעגט סליחות צייט יעדן פרימאָרגן נעלם ווערן, פאַרשווינדן!
מען פלעגט אים נישט זען אין ערגיץ: נישט אין שוהל, נישט אין ביידע בתי=מדרשים, נישט ביי אַ מנין, און אינדערהיים אַוודאי און אַוודאי נישט. די שטוב איז געשטאַנען אָפן. ווער עס האָט געוואָלט, איז אַריין און אַרויסגעגאַנגען; געגנבעט ביים רבין האָט מען  נ י ש ט,  אָבער קיין לעבעדיק באַשעפעניש איז אין שטוב נישט געווען.

וואו קען זיין דער רבי?

וואו זאָל ער זיין? מן הסתם אין הימל! ווייניק געשעפטן האָט אַ רבי פאַר ימים נוראים צו פאַרזאָרגן? אידעלעך, קיין עין=הרע, דאַרפן פּרנסה, שלום, געזונט, גוטע שידוכים, ווילן גוט און פרום זיין, און די זינד זענען דאָך גרויס, און דער שטן מיט זיינע טויזנט אויגן קוקט פון איין עק וועלט ביז דער צווייטער, און ער זעט, און פאַרקלאָגט, און מסרט... און — ווער זאָל העלפן, אַז נישט דער רבי?
אַזוי האָט דער עולם געטראַכט.

איינמאָל איז אָבער אָנגעקומען אַ ליטוואַק; לאַכט ער! איר קענט דאָך די ליטוואַקעס; פון מוסר=ספרים האַלטן זיי ווייניק, דערפאַר שטאָפּן זיי זיך אָן מיט ש”ס ופּוסקים. ווייזט דער ליטוואַק אַ בפירושע גמרא — די אויגן שטעכט ער אויס! אַפילו משה רבינו, ווייזט ער, האָט ביים לעבן נישט געקענט אַרויף אויפן הימל, נאָר געהאַלטן זיך צען טפחים  א ו נ ט ע ר ן  הימל! נו, גיי שפּאַר זיך מיט אַ ליטוואַק!
— וואו דען קומט אַהין דער רבי?
— מיין דאגה! — ענטפערט ער און ציט מיט די אַקסל, און תוך כדי דיבור (וואָס אַ ליטוואַק קען!) איז ער זיך מיישב, צו דערגיין די זאַך.
*

נאָך דעם זעלבן פאַרנאַכט, באַלד נאָך מעריב, גנבעט זיך דער ליטוואַק צום רבין אין חדר אַריין, לייגט זיך אונטערן רבינס בעט, און ליגט. ער מוז אָפּוואַרטן די נאַכט און זען, וואו דער רבי קומט אַהין, וואָס ער טוט סליחות=צייט.
אַן אַנדערער וואָלט אפשר איינגעדרימלט און פאַרשלאָפן די צייט; אַ ליטוואַק טוט זיך אַן עצה: לערנט ער זיך אויסנווייניק אַ גאַנצע מסכתא! איך געדענק שוין נישט, חולין צי נדרים!

פאַרטאָג הערט ער, ווי מען קלאַפּט צו סליחות.
דער רבי איז שוין נישט געשלאָפן אַ צייט. ער הערט אים שוין אפשר אַ גאַנצע שעה קרעכצן.

ווער עס האָט געהערט דעם נעמיראָווער קרעכצן, ווייס, וויפל צער פאַר כל ישראל, וויפל יסורים עס האָט געשטעקט אין זיין יעדן קרעכץ... די נשמה פלעגט אויסגיין, הערנדיק דאָס קרעכצן! אַ ליטוואַק האָט דאָך אָבער אַן אייזן האַרץ, הערט ער צו און ליגט זיך ווייטער! דער רבי ליגט זיך אויך. דער רבי, זאָל לעבן,  א ו י פ ן  בעט, דער ליטוואַק  א ו נ ט ע ר ן  בעט.
*

דערנאָך הערט דער ליטוואַק, ווי די בעטן אין הויז הייבן אָן סקריפּען... ווי די בני=בית כאַפּן זיך אַרויס פון די בעטן; ווי מען מורמלט אַ אידיש וואָרט, מען גיסט וואַסער אויף די נעגל, עס קלאַפּן אויף און צו די טירן... דערנאָך איז דער עולם אַרויס פון שטוב, עס ווערט ווייטער שטיל און פינצטער, דורכן לאָדן שיינט קוים אַריין אַ קליין ביסל ליכט פון דער לבנה...

מודה האָט ער געווען, דער ליטוואַק, אַז ווען ער איז געבליבן איינער אַליין מיטן רבין, איז אים באַפאַלן אַן אימה. די הויט איז שוין אים אויפגעלאָפן פאַר שרעק, די וואָרצלען פון די פּאות האָבן אים געשטאָכן אין די שלייפן ווי די נאָדלען.
אייןַ קלייניקייט: מיטן רבין, און סליחות=צייט פאַרטאָג, אַליין אין שטוב!
אַ ליטוואַק איז דאָך אָבער איינגעשפּאַרט, ציטערט ער ווי אַ פיש אין וואַסער און ליגט. —
*

ענדלעך, שטייט דער רבי, זאָל לעבן, אויף...
פריער טוט ער, וואָס אַ איד דאַרף טון... דערנאָך גייט ער צו צו דער קליידער=אַלמער און נעמט אַרויס אַ פּעקל... עס באַווייזן זיך פּויערשע קליידער: לייוונטענע פּלודערן, גרויסע שטיוול, אַ סיערמיענגע, אַ גרויס פוטערן היטל מיט אַ ברייטן לאַנגן לעדערנעם פּאַס, אויסגעשלאָגן מיט מעשענע נעגעלעך.
דער רבי טוט עס אָן...
פון דער קעשענע, פון סיערמיענגע, שטאַרט אַרויס אַן עק פון אַ גראָבן שטריק... פון אַ פּויערשן שטריק!
דער רבי גייט אַרויס; דער ליטוואַק — נאָך!
דורכגייענדיק, טרעט אָפּ דער רבי אין קיך, בייגט זיך איין, פון אונטער אַ בעט נעמט ער אַרויס אַ האַק, פאַרלייגט זי אונטערן פּאַס און גייט אַרויס פון שטוב.
דער ליטוואַק ציטערט, נאָר ער טרעט נישט אָפּ.
*

אַ שטילער, ימים=נוראימדיקער פּחד וויגט זיך איבער די טונקעלע גאַסן. אָפט רייסט זיך אַרויס אַ געשריי פון סליחות, פון ערגיץ אַ מנין, אָדער אַ קראַנקער קרעכץ; פון ערגיץ אַ פענצטער... דער רבי האַלט זיך אַלץ אין די זייטן פון די גאַסן, אין די שאָטנס פון די הייזער... פון איין הויז צום אַנדערן שווימט ער אַרויס און דער ליטוואַק נאָך אים...

און דער ליטוואַק הערט ווי זיין אייגן האַרץ=קלאַפּן מישט זיך צוזאַמען מיטן קול פון רבינס שווערע טריט. אָבער גיין גייט ער, און קומט צוזאַמען מיטן רבין אויס דער שטאָט אַרויס.
*

הינטער דער שטאָט שטייט אַ וועלדל.
דער רבי, זאָל לעבן, נעמט זיך אין וועלדל אַריין. ער מאַכט אַ דרייסיק=פערציק טריט און שטעלט זיך אָפּ ביין אַ ביימל; און דער ליטוואַק ווערט נבהל ומשתומם, זעענדיק, ווי דער רבי נעמט אַרויס פון פּאַס די האַק און שלאָגט אין ביימל אַריין.
ער זעט, ווי דער רבי האַקט און האַקט, ער הערט ווי דאָס ביימל קרעכצט און קנאַקט. און דאָס ביימל פאַלט, און דער רבי שפּאַלט עס אויף ליפּעס... די ליפּעס — אויף דינע שייטלעך; און ער מאַכט זיך אַ בינטל האָלץ, נעמט עס אַרום מיטן שטריק פון קעשענע, ער וואַרפט דאָס בינטל האָלץ איבער די פּלייצעס, שטעקט צוריק אַריין די האַק אינעם פּאַס, לאָזט זיך אַרויס פון וואַלד, און גייט צוריק אין שטאָט אַריין.
אין אַ הינטער=געסל שטעלט ער זיך אָפּ; ביין אַן אָרעם, האַלב איינגעבראָכן הייזל און קלאַפּט אָן אין פענצטערל.
— ווער איז? — פרעגט מען דערשראָקן פון שטוב אַרויס. דער ליטוואַק דערקענט, אַז עס איז אַ קול פון אַ אידענע, פון אַ קראַנקער אידענע.
— יאַ [איך!] — ענטפערט דער רבי אויף פּויעריש לשון.
— קטאָ יאַ? [וואָס פאַראַ איך?] — פרעגט מען ווייטער פון שטוב.
און דער רבי ענטפערט ווייטער, אויף מאַלאָרוסיש לשון:
— וואַסיל!
— וואָס פאַראַ וואַסיל און וואָס ווילסטו, וואַסיל?
— האָלץ! — זאָגט דער פאַרשטעלטער וואַסיל, — האָב איך צו פאַרקויפן! זייער ביליק... בחצי=חינם האָלץ!
און, נישט וואַרטנדיק אויף אַ תשובה, נעמט ער זיך אין שטוב אַריין.
*

דער ליטוואַק גנבעט זיך אויך אַריין און, ביים גרויען ליכט פון פריען מאָרגן, זעט ער אַן אָרעמע שטוב, צעבראָכן, אָרעם כלי=בית... אין בעט ליגט אַ קראַנקע אידענע, פאַרוויקלט מיט שמאַטעס. און זי זאָגט מיט אַ ביטער קול:
— קויפן? מיט וואָס זאָל איך קויפן? וואו האָב איך, אָרעמע אלמנה, געלט?
— איך וויל דיר באָרגן! — ענטפערט דער פאַרשטעלטער וואַסיל, — אינגאַנצן זעקס גראָשן!
— פון וואַנען וועל איך דיר באַצאָלן?— קרעכצט די אָרעמע אידענע.
— נאַריש מענטש! — מוסרט זי דער רבי, — זע, דו ביסט אַן אָרעמע קראַנקע אידענע און איך געטרוי דיר דאָס ביסל האָלץ, איך בין  ב ט ו ח,  אַז דו וועסט באַצאָלן; און דו, דו האָסט אַזאַ שטאַרקן, גרויסן גאָט, און געטרויסט אים נישט... און האָסט אויף אים, אויף נאַרישע זעקס גראָשן פאַרן בינטל האָלץ, קיין בטחון נישט!
— און ווער וועט מיר איינהייצן? — קרעכצט די אלמנה, — איך האָב דען כח אויפצושטיין? מיין זון איז אויף דער אַרבעט געבליבן.
— איך וועל דיר איינהייצן אויך, — זאָגט דער רבי.
*

און, אַריינלייגנדיק דאָס האָלץ אין אויוון, האָט דער רבי, קרעכצנדיק, געזאָגט פון סליחות דעם ע ר ש ט ן פּזמון...
און, אַז ער האָט עס אונטערגעצונדן, און דאָס האָלץ האָט פריילעך געברענט, האָט ער געזאָגט, שוין אַביסל לוסטיקער, פון די סליחות דעם  צ ו ו י י ט ן  פּזמון.
דעם דריטן פּזמון האָט ער געזאָגט, ווען עס האָט זיך אויסגעברענט און ער האָט די בלעך פאַרמאַכט...
*

דער ליטוואַק, וואָס האָט דאָס אַלץ געזען, איז שוין געבליבן אַ נעמיראָווער חסיד.
און שפּעטער, אויב אַ חסיד האָט אַמאָל דערציילט, אַז דער נעמיראָווער הייבט זיך סליחות=צייט יעדן פרימאָרגן, און פליט אַרויף אין הימל אַריין, פלעגט שוין דער ליטוואַק נישט לאַכן, נאָר צוגעבן שטילערהייט:
— אויב נישט נאָך העכער!

יצחק לייבוש פרץ-ארטיקלען און פעליטאנען

יצחק לייבוש פרץ

ערצעהלונגען, מעשה'לעך, פאעמען און פראזא

 ארויסגעגעבן דורך פארלאג אידיש ניו יארק תר"פ 1920

יצחק לייבוש פרץ

יצחק לייבוש פרץ, ביי די ארבעט
אט וועלן מיר אנהייבן מיט'ן ריז "פרץ"ן

קודם א קורצע ביאגראפיע איבער דעם גרויסן שרייבער

יצחק־לייבוש פּרץ אָדער י. ל. פּרץ (18טן מײַ 1852 - דריטן מײַ 1915) איז א דערצײלער, מחבר, און שרײַבער אין דער ייִדישער שפּראַך. ער איז געבאָרן געװאָרן אין דעם שטעטל זאַמאָשטש, און איז געשטאָרבען אין װאַרשע, בײדע אין פױלן.

צװישן זײַנע באַקאַנסטע דערציילונגען זײַנען "אױב נישט נאָך העכער" און "דער אוצר", װעגן חסידים אין שטעטלעך אין פּױלן פֿאַר דער צװײטער װעלט מלחמה, און זײַן דיכטונג "מאָניש", אײנע פֿון זײַנע ערשטע אױס אינעם יאָר 1888 אין שלום־עליכמס "פֿאָלקסביבליִאָטעק".
ער האָט באַקומען טראַדיציאָנעלע חינוך פון חדר און ישיבה, אָבער ער אַנטדעקט די "בילדונג" און די וויסנשאַפֿט ווען ער האָט געלייענט און געלערנט זיך אין אויטאדידקטישן מעטאָד.
ער האָט געלערנט זיך עטלעכע שפראכן.

צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב שרה, אבער אין 1876 האט ער זי גע'גט. דערנאך האט ער שטודירט געזעץ און געווארן אן אדוואקאט אין זאמאשטש. אין 1878 האט ער חתונה געהאט א זיווג שני מיט נחמה (העלענע) רינגלבלום.

אין 1908, איז ער געווען פון די גרעסטע פערזענליכקייטן, וואס האבן זיך באטייליקט, ביי די טשערנאוויצער קאנפערענץ.



יצחק לייבוש פרץ, אין מיין ווינקעלע


ארויסגעגעבן פון פארלאג אידיש ניו יארק תר"פ 1920

יידישע ווערק ווערט אייך ברענגען אלע יידישע ווערק מיט ווערט

מיר הייבן אן דעם בלאג מיט'ן ציל ארויפצולייגן יידישע ווערק פון די רייכע אוצר וואס מיר אידן פארמאגן, די ווערק וואס אונזערע גרויסע וועלט בארימטע יידישע שריפטשטעלער האבן פאר אונז געשענקט, און זענען שוין ליידער נישט קיין זאך וואס איז צום געפינען אזוי גרינג, ווארום די פארעהרער זייערע זענען שוין אויך קליין אין צאל, און פרישע קומען נישט צו מחמת די זייער אומבאקאנטקייט צווישן די יונגע ליינער, אלזא, וועלן מיר פרובירן אנציפילן דעם געשאפענעם ליידיגקייט

מיר וועלן פרובירן ארויפצושטעלן די ווערק פון די אזויווי שלום עליכם, שלום אש, מענדעלע מוכר ספרים, י, ל. פרץ און נאך פיל אנדערע

ווער עס קען בייהילפיג זיין צום דעם גרויסען פראיעקט, מיט שאפן זייער ווערק, אדער מיט אויפקומען מיט פלענער ווי צו פארשענערן דעם זייטל, זאל קומען און רעדן, און מיט די ברייטע פאלק'ס הילף וועלן מיר מצליח זיין