חיים גראַדע, אויגוסט 1959 |
Credit:YIVO archives |
דא האט איר אביסל לעבנס פונקטן פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער און פּאָעט, חיים גראַדע, מיט פֿאַרכאַפּנדיקע ליטעראַישע אַנאַליזן פֿון זײַנע ווערק, ווי אויך פּערזענלעכע זכרונות וועגן דעם קאָמפּליצירטן מענטש.
"גראַדע האָט זיך תּמיד געפֿילט צעשפּאָלטן צווישן דאָסטאָיעווסקי און דעם תּלמוד," האָט דערקלערט ד״ר רות ווײַס, פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט. טאַקע דער פּסיכאָלאָגישער ריס — צווישן דער גשמיותדיקער סעקולערער וועלט, פֿון איין זײַט, און זײַן דערציִונג אין דער שטרענגער נאָוואַרעדאָקער ישיבֿה, פֿון דער צווייטער, כאַראַקטעריזירט ס׳רובֿ פֿון זײַנע ווערק. זײַן ווילנע וואָס ער שילדערט, זעט אַפֿילו אויס ווי דאָסטאָיעווסקיס פּעטערבורג, האָט פּראָפֿ׳ ווײַס באַטאָנט, נאָר מיט אַ בפֿירושן אונטערשייד: אַנשטאָט צו שרײַבן וועגן מאָרד־אינטריגעס, האָט גראַדע, אָן סענטימענטאַלקייט, באַשריבן די מאַניפּולאַציעס פֿון רבנים, וואָס פּרוּוון פֿאַרכאַפּן די מאַכט איינער בײַם צווייטן.
גראַדע איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1910. דער טאַטע, אַ משׂכּיל, וואָס האָט זיך אָפֿט געקריגט מיט די רבנישע אינסטאַנצן, איז געשטאָרבן, ווען חיים איז נאָך געווען אַ קליין קינד. די מאַמע, וועלע, האָט קוים פֿאַרדינט ווי אַ פֿרוכט־פּעדלערין, און האָט געוווינט מיט איר זון אין גרויסן דלות, אין אַ שמידס קעלער. שפּעטער איז זי געוואָרן די העלדין פֿון אַ סך פֿון זײַנע ווערק, אַרײַנגערעכנט דאָס ליד "צו דער מאַמע" (מוזיק פֿון לייבו לעווין), וואָס לאָרין סקלאַמבערג, דער הויפּטזינגער פֿון דער קאַפּעליע "די קלעזמאַטיקס", האָט פֿאָרגעשטעלט בײַ דער ייִוואָ־אונטערנעמונג. נישט געקוקט אויף גראַדעס רעפּוטאַציע ווי אַ שרײַבער פֿונעם ישיבֿה־לעבן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות, האָט ער אַליין אַמאָל געזאָגט, אַז זײַן אמתער אינטערעס איז געווען — די וועלט פֿון דער ייִדישער פֿרוי.
"אין פֿאַרגלײַך מיט דער גאונישער טראַדיציע אין ווילנע, האָט גראַדע אָנגענומען די קריוודע פֿון דער אַרבעטנדיקער אַלמנה, וואָס דאַרף אויפֿהאַלטן איר קינד," האָט ווײַס געזאָגט. איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס גראַדע איז געוואָרן אַ וועלטלעכער ייִדישער שרײַבער, איז געווען, ווײַל "די ליטעראַטור האָט געקאָנט אויפֿטאָן זאַכן, וואָס לערנען גמרא האָט נישט געקאָנט טאָן".
פֿון דעסטוועגן, האָט זײַן שרײַבן וועגן דער מאַמען, אַ פּנים, נישט אויסגעהיילט זײַן שולדגעפֿיל איבער דעם, וואָס ער האָט קינדווײַז איר ווייניק געהאָלפֿן. יענער "קריזיס פֿון געוויסן", ווי ווײַס רופֿט עס, כאַראַקטיריזירט זײַנע ווערק. רעניי דעקאַרט האָט אַ מאָל געזאָגט: "אַז איך דענק, עקזיסטיר איך". בײַ גראַדען איז עס אַ ביסל אַנדערש: "אַז איך פֿיל זיך שולדיק, עקזיסטיר איך."
אַזוי ווי די מאָראַלישע אָבסעסיווקייט פֿון דאָסטאָיעווסקיס ווערק, זענען גראַדעס אויטאָביאָגראַפֿישע העלדן פֿאַרשאָלטן צו אַן אייביקן שולדגעפֿיל, נישט וויכטיק וואָס פֿאַר אַ דרך זיי קלײַבן אויס. אָט דער "קריזיס פֿון געוויסן" באַטרעפֿט דעם עיקר פֿון גראַדעס ראָמאַן, "דער מאַמעס שבתים" (1955), און ווײַזט אונדז די ייִדישע וועלט פֿונעם קוקווינקל פֿון אַ פֿרוי. אינעם בוך, שפּאַרט די מאַמע זיך אײַן, למשל, צו האָדעווען די קאַץ יום־כּיפּור, און זי שלעפּט דעם זון צום מיידל, מיט וועמען ער וויל זיך צעשיידן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז ער טוט עס אויף אַ לײַטישן אופֿן. כאָטש גראַדע באַוווּנדערט זײַן מאַמעס מאָראַלישע גוטסקייט, פֿילט ער זיך גלײַכצײַטיק דערשטיקט דערפֿון.
פּראָפֿ׳ אַלאַן נאַדלער, פֿון דרו־אוניווערסיטעט, האָט דערציילט וועגן עטלעכע פּערזענלעכע מאָמענטן מיט גראַדען. "ער האָט געהאַט אַ צונאָמען פֿאַר אַלעמען — האָט נאַדלער געזאָגט — און מײַנער איז געווען ׳דער רויטער רבֿ׳." אין די שפּעט־1970ער, האָט מען פֿאַרבעטן גראַדען אָפּצוהאַלטן אַן איין־שעהיקע לעקציע אין האַרוואַרד וועגן דעם ווילנער גאון. שטייענדיק בײַ דער טריבונע, האָט גראַדע באַגריסט פּראָפֿ׳ יצחק־אָשר טווערסקי, דעם דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿון ייִדישע שטודיעס, מיט אַ כּמעט־סאַרקאַסטישן שמייכל, און דערנאָך האָט ער אים שאַרף אַטאַקירט פֿאַר "דערוועגן זיך" צו באַגרענעצן אַ לעקציע וועגן דעם געניאַלן תּלמוד־חכם צו איין שעה. "כ׳האָב נישט געגלייבט מײַנע אויערן, אַז אָט זאָגט ער אַרײַן, פֿאַרן גאַנצן עולם, פּראָפֿ׳ טווערסקי!" האָט נאַדלער געזאָגט.
גראַדעס בייזלעכער, אָפֿן־האַרציקער סטיל פֿון רעדן איז געווען אַ קלאָרער רעזולטאַט פֿון זײַנע יאָרן אין דער נאָוואַרעדאָקער ישיבֿה, האָט נאַדלער צוגעגעבן. דאָרט האָט מען געלערנט אַ שטרענגן נוסח פֿון מוסר, וואָס האַלט, אַז כּדי צו אַנטוויקלען אַ מאָראַלישן כאַראַקטער, מוז דער מענטש זיך אָפּזאָגן פֿון אַלע מינים תּענוג, און שטענדיק זיך האַלטן אונטער אַ מאָראַלישן שפּאַקטיוו. גראַדע האָט זיך אויסגעצייכנט אין די שטודיעס, אָבער ווען ער האָט אָנגעהויבן לייענען די וועלטלעכע ליטעראַטור און שרײַבן פּאָעזיע, האָבן די רבנים אים פֿאַרדאַמט.
שפּעטער איז ער שטאַרק משפּיע געוואָרן פֿונעם "חזון איש", אַ באַליבטער רבֿ אין ווילנע, וועלכער האָט דווקא נישט געהאַלטן פֿון די "מוסרניקעס". ווען מע האָט געפֿרעגט גראַדען, פֿאַר וואָס האָט ער פֿאַרלאָזט די פֿרומע וועלט, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט אַמאָל געהאַלטן אין מיטן לערנען מסכתּ זרעים, די דינים וועגן אַגריקולטור אין ישׂראל. עס האָט זיך גערעדט וועגן אַ געוויסן ווייניק־באַקאַנטן געוויקס. איין מאָל איז גראַדע אָנגעקומען אין דער ישיבֿה און געזאָגט דעם רבֿ: "דאַכט זיך, אַז איך האָב הײַנט געזען יענץ געוויקס, לעבן דער קלויז."
"דאָס איז אַ גרויסע ביטול־תּורה!" האָט דער רבֿ מיט כּעס אים אויסגעזידלט. "מיר לערנען דאָ תּורה. אונדז גייט נישט אָן וואָס עס טוט זיך דאָרט, אין דרויסן!"
ערשט דעמאָלט האָט גראַדע באַשלאָסן, אַז אויב ער מוז אויסקלײַבן צווישן וועלט (דאָסטאָיעווסקי) און תּורה (גאָט), וועט ער גיכער אויסקלײַבן די ערשטע, און ער איז אַוועק פֿון דער ישיבֿה, און פֿונעם פֿרומען לעבן־שטייגער. פֿון דעסטוועגן, האָט ער זיך קיין מאָל נישט באמת אַרײַנגעפּאַסט אין דער סעקולערער וועלט. כאָטש ער פֿלעג אַרײַנקומען אין ייִוואָ, למשל, האָט ער מודה געווען, אַז ער פֿילט זיך נישט ווי אַ טייל פֿון דער וועלטלעכער סבֿיבֿה. אין האַרצן איז ער פֿאַרבליבן דער אָפּגעפֿאָרענער ישיבֿה־בחור. ער פֿלעג זאָגן, אַז דאָס גאַנצע לעבן פֿילט ער זיך שולדיק פֿאַר האָבן אַנטוישט דעם חזון־איש.
דער איבערזעצער קורט לעוויאַנט האָט איבערגעגעבן דעם עולם, אַז צוליב גראַדעס לומדות, איז געווען שווער אים איבערצוזעצן; אין תּוך האָט מען געדאַרפֿט קענען דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש, און "ייִדישקייט".
לעוויאַנט האָט געגעבן אַ משל: ער האָט שטאַרק געוואָלט איבערזעצן גראַדעס מײַסטערווערק, "די ישיבֿה", און האָט אים געשיקט אַ כּתבֿ־יד פֿון די ערשטע עטלעכע זײַטן. ער האָט אים אָבער גלײַכצײַטיק אָפּגעטאָן אַ שפּיצל. די פֿראַזע "אמונה שלמה", וואָס מיינט "דעם גאַנצן גלויבן", האָט ער איבערגעזעצט ווי the faith of King Solomon (די אמונה פֿון שלמה המלך) — אַ גרײַז וואָס אַ נישט־אויסגעשולטער ייִדישער איבערזעצער וואָלט טאַקע געקענט מאַכן — און ער האָט געוואַרט צו זען גראַדעס רעאַקציע. גראַדע איז טאַקע געווען גרייט אים צו קריטיקירן פֿאַר דעם פֿעלער, אָבער ווען ער האָט זיך געכאַפּט, אַז דער גרײַז איז געווען אַ וויץ, האָט ער זיך צעלאַכט פֿון לעוויאַנטס שפּילעוודיקער חכמה, און האָט אים דערלויבט איבערצוזעצן דעם ראָמאַן.
הגם גראַדע איז ניפֿטר געוואָרן אין 1982, האָט זײַן עקסצענטרישע אַלמנה, אינאַ העקער־גראַדע, כּמעט קיינעם נישט צוגעלאָזט צו דער דירה אָדער צו זײַנע ווערק. דזשאָנאַטאָן ברענט, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוו״אָ, האָט דערציילט דעם עולם, אַז באַלד ווי אינאַ איז געשטאָרבן אין יוני, האָט ער באַזוכט די וווינונג אין בראָנקס, און איז געבליבן געפּלעפֿט, ווען ער איז אַרײַן אינעווייניק. די דירה האָט אויסגעזען ממש ווי די אָפּגעלאָזענע ווילע פֿון טשאַרלס דיקענס׳ פּערסאָנאַזש — מיס האַווישאַם. אין יעדן שופֿלאָד, אַפֿילו אין קיך, זענען געלעגן ביכער און פֿאַרגעלטע, צעקרישלטע בריוו. און וואָס פֿאַר אַ ביכער! נישט בלויז פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור, און אָן אַ שיעור ספֿרים, נאָר אויך בענד פֿון פֿרויד, לינקאָלן, פֿאַרשידענע פֿילאָסאָפֿן... בקיצור, "אַ באַהאַלטענע קייט פֿון דער אַלטער וועלט און דער נײַער".